By Keren Hadfusa Heichal Hakoidesh Breslev

CD Tantz Mit Eminah #4 - Ich Bin Nisht Alein

Language: Yiddish

Regular price $2.99
Regular price Sale price $2.99
Shipping calculated at checkout.
$0.00 USD

Regular price $2.99
Regular price Sale price $2.99
Keren Hadfusa Heichal Hakoidesh BreslevCD Ich Darf Nisht Keinim
CD Ich Darf Nisht Keinim
CD Fin Yetzt
Keren Hadfusa Heichal Hakoidesh BreslevCD Fin Yetzt


 די פערטע אין די סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" אלבומס, די ניגונים זענען נישט סתם ניגונים, דאס זענען ניגונים פון התבודדות; רוב ניגונים זענען געמאכט געווארן ביים שמועסן מיט'ן אייבערשטן, און בשעת'ן בענקען צום אייבערשטן.
 
די נייע סידי "איך בין נישט אליין" האט צען ניגונים, הערליך אראפ געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א מיט די באגלייטונג פון גאר פראפעסיאנאלע מוזיק, מענער און קינדער כאארס, און אלע ניגונים זענען פול מיט חיזוק אויף אלע נקודות וואס מען לערנט אין היכל הקודש.
 
דער ערשטער ניגון "תפילה". דער ניגון דערמאנט אז מען זאל וויסן אז עס איז דא מיט וועם צו שמועסן, "דער באשעפער הערט מיך אויס, איך בין נישט אליין, איך האב וואו צו גיין, דער באשעפער הערט מיך שטענדיג אויס".
 
דער צווייטער ניגון איז "תורה". דער ניגון איז געבויט אויפן שיחה אין שיחות הר"ן, סימן עו; דאס גרויסקייט פון לערנען, "אין צריכין בלימוד רק האמירה", דער עיקר איז לערנען, זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו אן פארשטיין.
 
דער דריטער ניגון איז "שלום בית". דער ניגון זאגט אונז וואס איז אן עובד השם? דער וואס העלפט אין שטוב. ווער איז אן ערליכער איד? דער וואס פירט זיך מיט שלום און מיט ליבשאפט אין שטוב.
 
דער פערטער ניגון איז "אמונה". דער ניגון זאגט אונז וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיר זאלן חזר'ן אמונה, אלעס איז דער אייבערשטער; דאס בארואיגט פון אלע שרעקעדיגע נייעס וכדומה.
 
ניגון נומער פינף איז "ממלא כל עלמין". דער ניגון ברענגט ארויס דאס שיינקייט פון לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווען מען ווייסט אז דער אייבישטער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם. עס איז גארנישט פארהאן אויסער דער אייבישטער. מוהרא"ש זאגט, דער ניגון וועט משיח זינגען מיט די גאנצע וועלט, יעדער וועט וויסן אז אלעס איז נאר אייבערשטער, די גאנצע בריאה איז אייבערשטער.
 
דער זעקסטער ניגון איז "תיקון הכללי". דער ניגון שרייט אויס די עצה און תיקון פאר ווער עס איז נעבעך אראפגעפאלן אין פגם הברית, צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ; דאס פאררעכט דעם מענטש, מען ווערט אפגעוואשן פון אלעם שלעכטס, מען ווערט ריין.
 
ניגון נומער זיבן "קינדער". דער ניגון זינגען ערליכע משפחות וואס גייען נאך די תורה, די צדיקים; מען גייט נישט נאך די לינקע גאס פון נישט ברענגען קינדער מיט'ן טענה אז מען קען נישט האבן צייט פאר זיך אויב מען האט א גרויסע משפחה, דער ניגון זינגט: "א מחי' גרויסע משפחה, יעדע קינד ברענגט נאר הצלחה".
 
ניגון אכט איז "אליינס מיט'ן באשעפער". מענטשן זענען צעבראכן, און זאגן 'איך בין אליין, איך האב נישט קיינעם', מען פארגעסט אז מען איז נישט אליין, מען איז אליינס מיט'ן אייבערשטן, און אז מען איז אליינס מיט'ן באשעפער, מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אייבערשטן אליינס, דעמאלט איז אליין א גוטע זאך. מען קען טראכטן שלעכט 'איך בין אליין', מען קען אבער טראכטן טיפער, 'איך בין אליינס מיט'ן באשעפער', דאס איז שוין א גרויסע מדריגה.
 
דער ניינטער ניגון איז "שכוח אייבערשטער". דער ניגון איז דער מקור הישועות, ווייל ווען מען זינגט און זאגט: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן, שכוח אייבערשטער פאר מיין ווייב און קינדער" - דאס עפנט אויף די הימלען און עס גיסט ישועות און רפואות; ווי מער מען זינגט "שכוח אייבערשטער", מען רעכנט אויס נאך און נאך פרטים - ווערט מען נענטער צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי כָל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן, "סְמוּכִין אֵלָיו בְּיוֹתֵר", ווערט מען מער און מער נענטער.
 
דער צענטער ניגון הייסט "כל הנשמה". דער ניגון רעדט אויך איבער "תודה והודאה", דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף יעדע אטעם, אויף יעדע פרט אין לעבן.
 
עס איז א סידי וואס איז נישטא זיינס גלייכן, אלע ניגונים זענען געבויט אויף די ווערטער פון הייליגן רבין, און מען ארויסנעמען דערפון לימודים למעשה, מען חזר'ט מיט זיך אז איך בין נישט אליינס דער אייבישטער איז מיט מיר, מען דאנקט דעם אייבערשטן פאר די גוסט וואס ער געבט אונז, מען הערט נאכאמאל אז מען דארף רעדן שיין צו די ווייב, מען הערט ווי דער ראש ישיבה רעדט פון סדר דרך הלימוד.
 
אויך מיט די פראפעשאנעליזם האט עס זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון אנדערע אלבומס. מען האט נישט געשוינט קיין מיה און פלאג צו אויסקלויבן צום אלבום פון דאס בעסטע און דאס שענסטע וואס איז פארהאן. 
 
אט איז די ליסטע פון מוזיקאנטן, שפילער און זינגער פארן נייעם הערליכן אלבום: 
🎵 ארעינדזשמענטס: סענדי ראטה 🎵 מענער כאאר: אברמי צוויבל 🎵 קינדער כאאר: שיר ושבח 🎵 קיבארד: סענדי ראטה, דוד ביתן, שמואל סאן 🎵 דראמס: אבי אבידני 🎵 גיטאר: יוני קיזר 🎵 בעיס: אבי יפרח 🎵 מיקס און מעסטער: אלי מלמד.


  • Rosh Yeshiva Shlit"a